רבינו שליט"א באשיינט שמחת הבר מצוה פון אייניקל פון רביה"ק זי"ע - נאכפאלגענדיג מיט מעמד הנחת תפלין - התלהבות'דיגן תפילת שחרית - ומסיבת לחיים ודברות קודש בהיכל ישיבתינו הק' אין ניו יארק
דעם זונטאג פר' במדבר העעל"ט אינדערפרי נאך תפילת שחרית האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ניו יארק, צו באשיינען די שמחת הבר מצוה פון הבחור החשוב בנש"ק מרדכי שמעון ני"ו, בן הרב פאמ"ק אלימלך נפתלי הירצקא סג"ל לאווי שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, א זון פון הרה"צ רבי מרדכי סג"ל זצ"ל, בנו בכורו פון רביה"ק זי"ע.
אנקומענדיג אין קרית יואל איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די ישיבה גדולה און ישיבה קטנה אין ניו יארק צום קומענדיגן זמן הלימודים הבעל"ט. דערנאך האט מען געדאווענט מנחה ומעריב בבית האכסניא.
ביינאכט איז דער רבי ערשינען אין די זאלן פון עטרת מלכה צו די שמחת הבר מצוה וואו דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און באשיינט דעם אויבן אן במשכ'ן גאנצע סעודת הבר מצוה, עס האבן זיך אנגעזעהן א גרעסערע ציבור משתתפים אנשי שלומינו, ורבני קהלתינו הק', חתני ונכדי רביה"ק זי"ע, וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט בשמחת בית צדיקים.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך געטאנצן מיטן בר מצוה בחור און בני המשפחה.
*
צומארגנס האט דער רבי געדאווענט תפילת שחרית בהיכל ישיבה קטנה תפארת משולם פייש אין קרית יואל, וואו עס האבן זיך אויך באטייליגט די בחורי תלמידי ישיבה גדולה.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די תפלין לייגן פארן בר מצוה בחור, דער רבי האט צום ערשט געגעבן ווארימע דברי הדרכה, און דערנאך געלייגט תפלין בהיכל הביהמ"ד.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די בר מצוה, ולכבוד די יומדהל"ק פונעם הייליגן רבי אליעזר צבי מ'קאמארנא זי"ע, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה א לענגערע צייט. זייענדיג מחזק די חשובע בחורים, סיי די תלמידי ישיבה גדולה און סיי ישיבה קטנה ווייטער צו שטייגן בתורה ובעבודה ומדות טובות. נאכזאגענדיג מתורתו ועבודתו פונעם הייליגן בעל הילולא זי"ע ובמשנתו של רביה"ק זי"ע.
דערנאך האט מען געזינגן פאסיגע ניגונים, און דער רבי האט פארטיילט שיריים פון די לקח פאר אלע תלמידים, און אלע בחורים האבן געהאט די געלעגנהייט אריבער צו גיין דעם רבי'ן נעמען שלום.
בילדער
רבינו שליט"א באשיינט די שמחת הבר מצוה |