באריכט פון ל"ג בעומר בצל הקודש - ח"א
"אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו בהילולא דבר יוחאי", דאס זענען די התרגשות'דיגע געפילן פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאט די זכי' זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר, אנגעהויבן מיט תפילת מנחה מעריב און פייערדיגע ספירה ציילן פון מרן רבינו שליט"א, דערנאך די גרויסארטיגע מעמד ההדלקה במקהלות עם רב, די שיסן פייל און בויגן, נאכפאלגענדיג צומארגנס מיטן אמירת כל ספר תהלים מיט גרויס התעוררות ביים ציון הקדוש, און שפעטער געהויבענעם שלחן הטהור לכבוד התנא אלקי, אינאיינעם מיטן שמחת התנאים פון נכדת כ"ק מרן רבינו שליט"א, משולב מיטן מעמד סיום מס' סנהדרין במסגרת חבורת מזון הנפש.
*
מאנטאג פארנאכטס אור ליום ל"ג בעומר איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר בנימין פישער הי"ו, דער רבי האט פארגעציילט ספירת העומר מיט גרויס התעוררות.
תיכף נאך מעריב איז די גאנצע ציבור ארויס צום שטח ההדלקה, ברחבת בניני מוסדותינו הק', ווי עס זענען זיך צוזאמגעקומען א ריזן ציבור אנשים נשים וטף, תושבי קריתינו הק' און הונדערטער אורחים החשובים, די רבנים הגאונים שליט"א אויפן בימת הכבוד פארנט פונעם בנין ביהמ"ד הגדול, די זקני העדה ביי די ספעציעלע דעזיגנירטע פלעצער אונטערן אויבן אן, ווי אלע פלעצער זענען בליץ שנעל פיל געווארן מקצה אל הקצה, די פארענטשעס פון אברכים ובחורי חמד תלמידי ישיבותינו הקדושות, באזונדער האבן זיך אנגעזען תלמידי ישיבה גדולה וישיבה קטנה פון ניו יארק, און עקסטער די פארענטשעס פון ילדי תשב"ר, און די גאנצע חלל השטח.
דער רבי איז ערשינען אויפן שטח הדלקה און ארויף אויפן בימת הכבוד, און מען האט געזינגען ווארימע ניגונים מיט גרויס התעוררות און דביקות פאר א לענגערע צייט, אנגעפירט דורך די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בלהבת אש, איבער די גרויסקייט פונעם טאג, און מעורר רחמים געווען למען הכלל והפרט, זאגענדיג אז דער הייליגער תנא רבי שמעון איז געווען די נשמה פון משה רבינו, משה רבינו האט מגלה געווען די תורת הנגלה, און נאכאמאל אראפגעקומען אויף די וועלט אין רבי שמעון בר יוחאי מגלה צו זיין די תורת הנסתר, אזוי ווי מען זעהט אז די טאג ז' אדר, די יום הולדת ויומא דהילולא פון משה רבינו, און די טאג ל"ג בעומר, די יום הולדת ויומדה"ל פון רשב"י, און אויך די פערדע טאג סוכות אשופיזא דמשה, קומט אלעמאל אויס אין די זעלבע טאג אין די וואך. צו ווייזן אז משה רבינו און רבן שמעון בר יוחאי איז געווען די זעלבע נשמה, וועלכע האבן אריינגעשיינט אין יודישע הערצער.
דער הייליגע תנא רשב"י האט מגלה געווען די סתרי תורה מיט א פייער, אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אז ווען רשב"י האט געלערנט די תורת הנסתר האט אים ארומגענומען א פייער, דאס איז געווען א רוחניות'דיגע כח, און דאס גייט ווייטער אן אין יעדן דור, יעדעס יאר קומט די פייער נאכמאל אריין אין יעדע אידיש הארץ אין די טאג ל"ג בעומר, און מיט דעם כח קען מען זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מען דארף.
דער הייליגער רוזשינ'ער זי"ע האט געזאגט, אז ל"ג בעומר ווען מען גייט צום מערה פון רשב"י איז עס אזוי ווי יום הקדוש, אידישע קינדער וויינען זיך אויס ביים אייבערשטן און מען בעט זיך אויס אלעס וואס מען דארף, און נאכדעם ווען מען קומט ארויס פון מערה טאנצט מען און מען פרייד זיך, דאס איז אזוי ווי שמחת תורה, מען פרייט זיך מיט די פנימיות תורה וואס רשב"י האט מגלה געווען.
דאס איז פשט וואס מען זינגט ביי בר יוחאי, נעשה אדם נאמר בעבוריך, דער הייליגער באשעפער האט ביים באשאפן די מענטש ביי בריאת העולם געזאגט נעשה אדם, דאס גייט ארויף אויף רשב"י, דורך די כח פון רשב"י האט מען געקענט זאגן נעשה ונשמע, אפילו פארן פארשטיין איז מען זיך מקבל, און אין דעם זכות האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט.
דער הייליגער באשעפער האט זיך כביכול באראטן מיט די מלאכים פאר ער האט באשאפן די מענטש, צו ווייזן אז צו קענען האבן די כח, פון טון וואס דער אייבערשטער וויל, נעשה פאר נשמע, מוז עס גיין מיט א כח הרבים.
דער רבי האט אויפגעפאדערט פון אלע באטייליגטע מען זאל זיך פארנעמען א קבלה טובה לכבוד התנא אלקי, און מיט דעם זכות וועט מען געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מען דארף. רבינו הקדוש זי"ע האט אסאך מאל געזאגט אז דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז דא ביי אונז, איז זיכער אז מען קען דא פועל'ן אלעס וואס מען דארף, רשב"י איז ר"ת יושפע שפע רב לכל, אבער צו דעם דארף זיין א אתערותא דלתתא, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות, ביז מיר וועלן זוכה זיין צום ביאת גואל צדק, בב"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הכנה והתעוררות, דער רבי האט צוגעטרעטן צום מקום ההדלקה צו גיסן די שמן משחת קודש, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, צו גיסן די אויל.
די זכות הדלקה איז געקויפט געווארן פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר א אסטראנאמישע סומע דורך הרבני הנגיד ר' מנחם מענדל בן יוכבד הי"ו, לכבוד התנא אלקי, ולע"נ אביו הרה"ח ר' שמואל ברוך ב"ר חיים צבי דוב ע"ה. די זכות יציקת השמן איז געקויפט געווארן לכבוד הרבני הנגיד ר' יעקב בן שרה יגן הי"ו.
דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה לכבוד התנא אלקי, בשעת די גאנצע ציבור הייבט זיך אין פייערליכע ריקודין עילאין, דערנאך איז דער רבי צוריקגעגאנגען על מקומו אויפן בימת הכבוד, און זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין פאר א לענגערע צייט. דערנאך האט מען געזינגען די פיוטי בר יוחאי ואמרתם כה לחי, און הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א האט פארגעזינגן 'אמר רבי עקיבא', און די ריקודין עילאין וניגוני שמחה האבן אנגעהאלטן פאר א לענגערע וויילע טאנצענדיג מיט א התלהבות דקדושה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
דערנאך האט דער רבי געשאסן פייל און בויגן אויף אלע זייטן כנהוג.
המשך באריכט פונעם שלחן הטהור וועט בעז"ה נאכפאלגן.
בילדער
די גרויסארטיגע מעמד הדלקה |