מתאחדת - באריכט און בילדער פון צווייטע טעג יו"ט בצל הקודש - מוצלח'דיגע זמן אנגעהויבן אין תורה צענטערן דקהלתינו הק' - עש"ק לך תשפ"ז #1168

Top Banner
  • parnes

דברות קודש ביים מעמד הבאגלייטן

מוצאי שמחת תורה תשפ"ז

צו הערן

הערליכע ספר "כונן מקדשך"

ארויסגעגעבן דורך

הגה"צ רבי יחיאל מיכל ישעי' מאסקאוויטש שליט"א

חדב"ן כ"ק מרן רבינו שליט"א

צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן

  • ads

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

בבית מדרשינו קרית יואל

בהלכות שבת בהקדם שיעור על הפרשה - ה' לך

צו הערן

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק'

בהלכות זימון - א' לך

צו הערן

הרה"ג ר' מענדל וואלף האלצער שליט"א

מנהל ישיבה גדולה תורת משולם פייש - ניו יארק

דרשת פתיחת הזמן - א' נח

צו הערן

הרה"ג ר' יצחק אייזיק בערגער שליט"א

נכד רביה"ק זי"ע - ומו"ץ - ומגי"ש על קול איחוד

בספה"ק נתיב מצותיך - ד' לך

צו הערן

הרה"ג ר' יואל סאנדער שליט"א

מגי"ש בבית מדרשינו בארא פארק

על הפרשה - ליל ששי פר' לך

צו הערן

מתאחדת בלעטל - פרשת נח

  • ichud
  • ichud

 

מתאחדת בלעטל - פרשת לך

  • ichud
  • ichud

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

Gilyon

צווייטע טעג יום טוב סוכות בצל הקודש


תענה אמונים שופכים לך לב כמים, מגדל עז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב!

דאס זענען די הייליגע געפילן וואס קאכט זיך נאך אין די הערצער פון די טויזענטער אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך געווארעמט און מסתופף געווען בצילא דמהימנותא בבית מדרשו של רבי אין בית המדרש הגדול דקריתינו הקדושה - וואס אין אט דעם מקום קדוש האט רביה"ק זי"ע געפראוועט זיין הייליגע עבודה, אט אין דעם מקום קדוש האט רביה"ק זי"ע געמאכט די פייערדיגע נענועים בשרעפי אש קודש מיט די הייליגע ספר תורה חבוקה ודבוקה בך בעת די הייליגע הקפות - ובפרט מיטן פארברייטערטן אויסשטעל וועלכע האט ערהאלטן אין זיך אנשי שלומינו מכל קצוי תבל, און אינאיינעם זוכה געווען מיטצולעבן לאנגע טעג און נעכט וואס לא ראינו שינה בעינינו, און מ'איז געווען שתולים בבית ה' בחצרות אלקינו אין די ריינע ד' אמות בצל כנפיו פון רבינו שליט"א, און זוכה געווען צוצוזעהן די עבודת הקודש דריי טאג נאכאנאנד. די פייערדיגע אמירת הושענות הושענא רבה, קאכעדיגע דברות קודש אינמיטן די הושענות, די לעכטיגע הקפות, התעוררות'דיגע מאמענטן ביי תפלת גשם, געהויבענע עפל טיש, מעמד הבאגלייטן ברחובות העיר, פלאמעדיגע דברות קודש בהדרכת השנה, וואס אט די אלע השפעות דקדושה וועט אוודאי באגלייטן אויף די לאנגע ווינטער נעכט לחיזוק הכלל והפרט, אנצוגיין מיט א געוואלדיגע שטארקייט בתורה ועבודה ע"ד המקובל תחת דגלו והדרכתו פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו שליט"א.

נאכן זוכה זיין צו פראווענען די יום טוב טעג בצל הקודש זענען אנשי שלומינו מרגיש אז מען האט זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס, די נשמות זענען אנגעזעטיגט, און ס'איז שווער זיך צו געזעגענען פון אזא יום טוב. די שפראכלאזע התרגשות פון התרוממות און שמחה וחדוה עילאה "שמחת תורה אין טאהש" איז נישט מעגליך אראפצוגעבן אדער אויסצו'משל'ן, ווען ס'זענען זיך צוזאמגעקומען בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל אלפי תלמידים וחסידים מבכל מקומות מושבותיהם, תחת צילא דמהימנותא קדישא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

אזוי ווי שטענדיג וועלן מיר איבערגעבן די פרטים וכיבודים און סדר היום עד שידינו מגעת.

 

ליל הושענא רבה:

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ומעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, צו מנחה איז צוגעגאנגען צום עמוד מוה"ר זיידא ישראל חיים שמעון ראטטענבערג הי"ו מראשי קהלתינו פון מאנסי, צו מעריב הרב הגאון דומ"ץ קהלתינו הק' קרית יואל שליט"א. תיכף נאך מעריב האט מו"ה מאיר סג"ל קרויס הי"ו פארגעליינט קריאת משנה תורה.

נאך משנה תורה האט דער רבי מעביר סדרה געווען פרשת וזאת הברכה בחדרו הפרטי. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלה"ט אושפיזא דדוד, אין די גרויסע סוכה. די טיש איז אריבער גאר דערהויבן, עס האבן זיך אנגעזעהן די הונדערטער געסט פון אומעטום וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די דערהויבענע צווייטע טעג יום טוב בצילא דמהימנותא.

דער רבי האט געצינדן ליכט, זיך געוואשן צו די סעודה, געטיילט שיריים פון אלע מאכלים, אזוי אויך האט דער רבי געטיילט שיריים פון די פילע קוגלען פון די בעלי האושפיזין. במשך'ן טיש האבן די מקהלת המנגנים אנגעפירט מיט די ניגונים, און געזינגען ספעציעלע ווארימע ניגונים וואס מען זינגט אין די ימים נוראים.

מיט די 15 שיר המעלות לשמחת בית השואבה זענען מכובד געווארן אנשים מכובדים ואורחים חשובים, צווישן אנדערע: הרה"ח ר' ישראל אברהם סג"ל קרויס הי"ו מראשי קהלתינו פון וומסב"ג, הרה"ח ר' יצחק זאב ארגעל הי"ו פון בארא פארק, הרה"ח ר' בעריש עסטרייכער הי"ו פון מאנסי, הרה"ח ר' ישראל צבי מאירוביץ הי"ו פון בארא פארק, הרה"ח ר' אלי' מאיר פיש הי"ו פון וומסב"ג, הרב אלי' הערשקאוויטש שליט"א פון וומסב"ג, מוה"ר מאיר ארגעל הי"ו פון בארא פארק, מוה"ר יוסף יודא ארי' ארגעל הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר יואל קלמן הערשקאוויטש הי"ו פון קרית יואל, מוה"ר אלימלך קרויס הי"ו פון וומסב"ג, הרב שמואל פישמאן הי"ו פון מאנטריאל.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו מראשי קהלתינו פון קרית יואל, שיר המעלות הב' דוד ב"ר יואל קלמן הערשקאוויטש ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.

תיכף נאכן טיש איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת כל ספר תהלים אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט פארגעזאגט ביים עמוד, און נאך תהלים האט דער רבי געזאגט קדיש און געוואונטשן א גוט יום טוב.

 

יום הושענא רבה:

דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית מיט די נוסח פון ימים נוראים, פארגעדאווענט הלל, און געפראוועט די עבודת הנענועים מיט גרויס התעוררות, ווען מען האט געזינגען די ניגונים הנהוגים בחצרות קדשינו. דער רבי האט אנגעהאט די בעקיטשע פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע, און קאפל און גארטל פון רבינו הקדוש זי"ע. נאך הלל האט מען געזאגט די הושענות, דער רבי האט פארגעזאגט בקול בכי מיט גרויס התעוררות און ארומגעגאנגען די בימה, און ביי "הושענא חוכיך תושיע" האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בקול בכי, זייענדיג מעורר די גאנצע ציבור מתפלל צו זיין הושענא למענך אלקינו הושענא, און אויסבעטן אלעס גוטס לנו ולכל ישראל. ביי יעדע הקפה האט דער רבי גענוצט איינע פון די זיבן מהודר'דיגע אתרוגים.

צווישן יעדע הושענא האט דער רבי געבלאזן די תקיעות, אלץ בעלי מקריא זענען מכובד געווארן: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א, הרה"צ רבי מרדכי יודא פיש שליט"א, הרה"צ רבי אברהם יודא סג"ל שליט"א.

בשעת'ן בלאזן זענען מכובד געווארן צו האלטן די ד' מינים פונעם רבי'ן, הנגידים תומכי מוסדותינו הקדושים, הלוא המה: הרה"ח ר' שמואל משה מנחם סאנדעל הי"ו פון קרית יואל, הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל, הרה"ח ר' בעריש עסטרייכער הי"ו פון מאנסי, הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו הק', הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, הרה"ח ר' ישראל צבי מאירוביץ הי"ו פון בארא פארק, און הנגיד ר' יוסף יודא ארי' ארגעל הי"ו פון וומסב"ג.

נאך די פיוטי הושענות האט מען געזינגען קדיש תתקבל, און פאר תתקבל האט מען געקלאפט די הושענות כנהוג.

ביים ליינען האבן עולה געווען: כהן העסקן הדגול הרה"ח ר' אהרן פיקסלער הי"ו, לוי רבינו שליט"א, שלישי  מוה"ר יעקב שאול הערשקאוויטש הי"ו בעל ברית, רביעי הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל. הגבה הרה"ח ר' משולם איסר סג"ל לאווי הי"ו פון בארא פארק, גלילה מוה"ר אלי' מאיר פיש הי"ו פון וומסב"ג.

מוסף האט געדאווענט פארן עמוד מוה"ר יוסף חיים סג"ל קרויס הי"ו פון קרית יואל, פארן דוכנ'ען האט דער רבי אפגעגאסן די כהנים כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"ן. פתיחה צו אנעים זמירות הרב אלי' הערשקאוויטש שליט"א פון וומסב"ג.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה פון בן הנולד צו מוה"ר יעקב שאול הערשקאוויטש הי"ו, דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, נאכן ברית האט דער רבי געבענטשט דאס קינד און אנגעוואונטשן די עלטערן ובני המשפחה מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פאר כל הקהל הקודש.

*

נאכדעם איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור בהיכל הסוכה הגדולה, דער רבי האט זיך געוואשן און פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און טועם געווען פון די קרעפלעך.

שיר המעלות הב' משה ב"ר יואל דוב יודא מאנדל ני"ו פון לאנדאן. ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' הערשל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג, די הרחמן'ס זענען צוטיילט געווארן פאר די בני המשפחה.

 

ליל שמיני עצרת:

פארן זמן הדלה"נ האט דער רבי געצינדן די יזכור ליכט.

צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב.

תיכף נאך מעריב האט דער רבי אנגעהויבן מיט א קול חוצב להבות אש 'אתה הראית לדעת, כי השם הוא האלוקים, אין עוד מלבדו', און דערנאך די ווייטער'דיגע נוסח, מיט די נעימות'דיגע ידיד נפש און אדון הכל, און אריינגענומען דעם גאנצן ציבור אין א העכערע אטמאספערע, און דערנאך האט מען מכבד געווען רבני ודייני קהלתינו הק', און נכדי רבינו הקדוש זי"ע, מיט א ספר תורה.

נאכן זאגן די סדר הקפות, האט דער רבי אנגעהויבן די עבודה נשגבה פון די ריקודים, טאנצענדיג מיטן ספר תורה פון רבינו הקדוש זי"ע, ארומלויפנדיג די חלל הביהמ"ד ארום און ארום, און דערנאך ביי יעדע זייט עקסטער, בשעת דער גאנצע עולם הייבט זיך אין די לופטן בשמחת התורה, די בחורי חמד תלמידי הישיבות פון די הויעכע פארענטשעס אויף מזרח זייט, און די אברכים ובעלי בתים פון די הויעכע פארענטשעס אויף מערב זייט, און די ילדי תשב"ר אויף דרום זייט, און ביי די צפון זייט פון ביהמ"ד די חשובי העדה אויפן ספעציעלן פלאטפארמע, און אינמיטן פון ביהמ"ד איז געווען דער חלל ווי דער רבי האט אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין, וינועו אמות הסיפים, עס איז נישט דא די ריכטיגע ווערטער וואס זאלן דאס קענען ארויסברענגן און באשרייבן, וואויל פאר אונז אז מיר האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן אזעלכע דערהויבענע הקפות, און מען האט זיכער אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס, ואשרי עין ראתה כל אלה.

די ניגונים במשך די הקפות האט אנגעפירט הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל. די צאן קדשים זענען געווען אונטער די אויפזיכט פון די געטרייע עסקנים ומלמדים מו"ה יצחק שמואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל, מוה"ר יואל בר"ש גוטמאן הי"ו מנהל חברת תהלים פון קרית יואל, מו"ה אהרן שמואל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג, מו"ה יעקב דוב כהן הי"ו פון בארא פארק, מו"ה משה אסטרייכער הי"ו, מו"ה אהרן אלעזר סג"ל יונגרייז הי"ו, ובראשם מו"ה יעקב יצחק יואל וויינגארטן הי''ו פון קרית יואל.

ביי די פערטע הקפה האט דער רבי מכבד געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה אין די רינג.

ביי די פינפטע הקפה ווען מען האט געזינגן ובכן צדיקים יראו וישמחו, איז דער רבי צוגעלאפן צום מקום אדמת קודש היא ביים עמוד פון רבינו הקדוש זי"ע, וואו רביה"ק האט אפגעראכטן די הייליגע עבודה למעלה מששים שנה, און געטאנצן במקומו הקדוש ריקודין עילאין ונשגבין, און נאך א תפילה קצרה צוריק אריין אינמיטן ביהמ"ד, און ווייטער אפגעראכטן די ריקודי הקודש מיט די נענועים מיט די ספר תורה אויף אלע זייטן, וחסידים ברנה יגילו, די גאנצע ביהמ"ד האט מיטגעטאנצן מיט גרויס שמחה און התלהבות.

נאך די הקפות האט מען געזאגט עלינו לשבח, און דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו"ט פאר כל הקהל הקודש.

*

בערך א האלבע שעה נאך די הקפות איז דער רבי אריינגעקומען צום שלה"ט בבנין ישיבה קטנה, אינאיינעם מיט די אורחים החשובים. מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן מוה"ר יואל שטערן הי"ו פון בארא פארק.

מיט די זמירות זענען מכובד געווארן הרב לייבוש קליין בן הרה"ג דומ"ץ טאב שליט"א פון מאנטריאל, מוה"ר יודא יוסף פיקסלער הי"ו פון וומסב"ג, הרה"ג ר' יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל, הרב ישכר בער ראזענבוים שליט"א פון מאנטריאל, הרב אלכסנדר ליפא לאבין שליט"א פון וומסב"ג, מוה"ר ישעי' פעלבערבוים הי"ו פון סטעטן איילענד, מוה"ר יואל בר"ש גוטמאן הי"ו פון קרית יואל.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס, לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת פריידל ז"ל בת הרה"ק רבי יצחק אייזיק מ'סוואליווע זי"ע, מחברתו הטהורה פון רבינו הסב"ק זיעועכ"י. הגבהת הכוס מוה"ר הערשל ארגעל הי"ו פון בארא פארק. שיר המעלות הב' ב"ר ישעי' יואל גראס ני"ו פון וומסב"ג.

נאכן בענטשן האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט פאר כל הקהל הקודש.

 

יום שמיני עצרת:

אינדערפרי איז דער רבי צוגעגאנגען צו אלע תפילות לרגל די יארצייט. פתיחה צו תפלת גשם איז געקויפט געווארן פאר רבינו שליט"א, פאר אן אסטראנאמישע סכום, דורך אחד מנגידים החשובים הרוצה בעילום שמו, ווי דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ווארימע ברכות לרוב.

די עליות האבן עולה געווען: כהן מו"ה ברוך מרדכי פישער הי"ו פון מאנטריאל, לוי דער בעל ברית מו"ה שמשון סג"ל קרויס הי"ו, שלישי מוה"ר יואל שטרייכער הי"ו פון מאנטריאל, רביעי הרה"ג ר' יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל, חמישי מוה"ר יואל דויד לייפער הי"ו פון קרית יואל, ששי מוה"ר יחזקאל ווייס הי"ו פון מאנטריאל, שביעי הרבני הנגיד ר' יוסף יודא ארי' ארגעל הי"ו פון וומסב"ג, אחרון הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס הי"ו פון מאנטריאל.

פאר מפטיר האט דער רבי אנגעטון די בעקיטשע פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע, און די קאפל און גארטל פון רבינו הקדוש זי"ע, און עולה געווען מפטיר.

נאך יזכור איז דער רבי צוגעגאנגען צו מוסף, מען האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות, און מען האט געזינגען די מקובל'דיגע ניגונים.

דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די עבודת ההקפות כנהוג, פארגעזאגט אתה הראית, ארומגעגאנגען די בימה זיבן מאל פארזאגענדיג די  נוסח הקפות.

דערנאך איז פארגעקומען די ברית פון בן הנולד צו מו"ה שמשון סג"ל קרויס הי"ו, דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, אמירת הברכות, וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל משולם פייש.

נאכן ברית האט דער רבי געבענטשט דאס קינד און ווארעם אנגעוואונטשן די עלטערן ובני המשפחה ברכות לרוב.

*

דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום קידוש לע"נ זקינתו הרבנית הצדיקת ז"ל אין היכל הסוכה הגדולה, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע קידוש פארן גאנצן ציבור. דער רבי האט געמאכט קידוש, טועם געווען פון די קוגל און פערפעל, געטיילט שיריים פאר אלע נאספים, און מען האט געזינגען ווארימע ניגונים.

דערנאך האט מען זיך געזעגנט פון די סוכה, דער רבי האט פארגעזאגט די יהי רצון, אויפן ניגון המקובל פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, און דערנאך געקושט די 4 ווענט, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פריידיגע ריקודין לשנה הבא בירושלים.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו ביתו נאוה קודש נומער 9 און געקושט די ווענט פון די סוכה.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה און געמאכט קידוש צו די סעודה, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן מוה"ר יואל אמסעל הי"ו פון בארא פארק.

דער רבי האט זיך געוואשן, און געטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און מען האט געזינגען ניגונים לכבוד יום טוב.

צווישן די זמירות זענען מכובד געווארן מוה"ר דניאל הלל פיליפסון הי"ו פון מאנסי, מוה"ר אברהם זאב גוטמאן הי"ו פון קרית יואל.

מיט ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרב הגאון דומ"ץ קהלתינו הק' קרית יואל שליט"א, שיר המעלות הב' בהר"ר יצחק אייזיק לאבין ני"ו פון מאנטריאל.

נאכן בענטשן האט דער רבי געטאנצן מיט החתן יעקב חיים אמסעל ני"ו תלמיד ישיבה גדולה וועלכע האט חתונה אין די קומענדיגע וואכן, און מיט זיין טאטן הרה"ח ר' שמואל יצחק אמסעל הי"ו פון בארא פארק.

*

מען האט צוטיילט די סעודה, און געדאווענט תפילת מנחה, די עליות האבן עולה געווען כהן הרה"ג רבי יודא אליעזר צבי כהנא שליט"א פון וומסב"ג נכד רביה"ק זי"ע, לוי הרה"צ רבי אלימלך נפתלי הירצקא סג"ל לאווי שליט"א פון קרית יואל נכד רביה"ק זי"ע, שלישי הרב מרדכי קרויס שליט"א פון קרית יואל. הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה מוה"ר משולם פייש פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג.

ביי סעודה שלישית בהיכל הסוכה הגדולה איז מכובד געווארן מיט קידוש הרה"צ רבי ישראל מרדכי סג"ל שליט"א. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן מוה"ר טובי' סג"ל שווארץ הי"ו פון בארא פארק, מוה"ר שמואל דוד גוטמאן הי"ו פון קרית יואל.

רבינו שליט"א האט געבענטשט ברהמ"ז על הכוס, הגבהת הכוס מוה"ר שמואל אברהם ווייס הי"ו פון מאנסי. שיר המעלות הב' יושע כתריאל שלום ב"ר ברוך אהרן משה לייפער ני"ו פון קרית יואל.

 

ליל שמחת תורה:

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, תיכף נאך מעריב האט דער רבי אנגעהויבן אתה הראית מיט אן אש קודש, און אפגעראכטן די דערהויבענע הקפות, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די עבודה נשגבה מיט די ריקודי קודש, ואשרי עין ראתה כל אלה.

אינמיטן די פערטע הקפה האבן תלמידי ישיבותינו הקדושות פון קרית טאהש און ניו יארק געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין קושן די ספר תורה פון רבינו שליט"א, און דערנאך די בחורי אנ"ש, בשעת דער ציבור איז ווייטער ממשיך מיט לעבעדיגע ניגונים.

במשך די פינפטע הקפה זענען פארגעקומען פרייליכע ריקודין די גאנצע עולם צוזאמען בחלל הביהמ"ד זקנים עם נערים, בעלי בתים ובחורי חמד זיך פרייענדיג בשמחת התורה, כי היא לנו עוז ואורה. אין די זעלבע צייט איז דער רבי אריבער צו די דעזיגנירטע פלעצער ווי די קינדער זענען געווען פלאצירט, און אלע קינדער האבן געהאט די געלעגנהייט אריבער צו גיין קושן די ספר תורה פון רבי'ן, מיט וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געטאנצן מיט דעם די הייליגע עבודת ההקפות. דערביי בשעת'ן קושן האבן די קינדער געזינגען ניגוני תורה, הערב נא השם אלקינו, און והאר עינינו בתורתך וכדו'.

*

נאך די הקפות האט מען צוריק אריינגעברענגט דעם בימה אינעם חלל הביהמ"ד, און מען האט פארקויפט די עליות פאר אסטראנאמישע סכומים. אתה הראית איז געקויפט געווארן פאר רבינו שליט"א דורך הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו הק' בשותפות מיט מוה"ר נפתלי צבי ברוך לאנדאוי הי"ו, דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

נאכן פארקויפן די עליות האט מען אנגעהויבן קריאת התורה, אנטוענדיג דעם "צילינדער היט" כנהוג. על הכל האט פארגעזינגען הרה"ח ר' יעקב נפתלי יצחק קעלנער הי"ו פון מאנסי.

כהן האט עולה געווען הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי רבינו שליט"א, געקויפט געווארן פאר אן אסטראנאמישע סומע דורך אב"ד קלוזש שליט"א מגדולי תומכי מוסדותינו הקדושים, און נאכן עולה זיין געטאנצן א ספעציעלע ריקוד און אנגעוואונטשן ווארימע ברכות. שלישי הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל, רביעי הרה"ג ר' יששכר דוב מאירוביץ שליט"א, חמישי הנגיד ר' יוסף יודא ארי' ארגעל הי"ו פון וומסב"ג, הגבה מו"ה יהוסף מרדכי מערמעלשטיין הי"ו, גלילה הב' ב"ר מאיר ארגעל ני"ו פון בארא פארק.

נאכן ליינען האט מען צוריקגעלייגט די ספרי תורות, און געזינגען אדון עולם. דער רבי האט געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פאר כל הקהל הקודש.

*

ביים שלה"ט איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש העסקן הדגול מוה"ר יוסף אלימלך מאירוביץ הי"ו פון בארא פארק. צווישן די זמירות זענען מכובד געווארן מוה"ר אלי' מאיר פיש הי"ו פון וומסב"ג, הרה"ח ר' ישראל צבי מאירוביץ הי"ו פון בארא פארק.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א פון מאנטריאל, שיר המעלות הב' אלימלך ב"ר משה מרדכי פריעדמאן ני"ו פון וומסב"ג.

 

יום שמחת תורה:

פסוקי דזמרה האט געדאווענט מוה"ר אליעזר דוד קרויס הי"ו חבר הנהלת ת"ת, צו שחרית איז צוגעגאנגען מוה"ר ישעי' פעלבערבוים הי"ו פון סטעטן איילענד.

ביי ברכת אהבה רבה האט מען געזינגען דעם הייליגן ניגון פון הרה"ק רבי הערש מ'רימנוב זיעועכ"י, פארגעזינגען דורך הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א.

פארן דוכנ'ען האט דער רבי אפגעגאסן גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"ן, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.

נאכן שיר של יום האט דער רבי אנגעהויבן די עבודת הקפות, פארגעזאגט אתה הראית, ידיד נפש, אדון הכל כנהוג, און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע עבודת הקפות. די זכות אתה הראית איז געקויפט געווארן פאר אן אסטראנאמישע סכום פאר רבינו שליט"א דורך מוה"ר משולם פייש ליעבערמאן הי"ו, דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

ביי די פינפטע הקפה ביים זינגען די ניגון זרעא חיי וקיימא האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, זייענדיג מעורר די גאנצע ציבור מתפלל צו זיין אויף זרעא חיי וקיימא, האבן קינדער, געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער וואס האלטן זיך מקושר צום רבוש"ע, קינדער וואס גייען אין די וועגן פון די הייליגע תורה, דאס מיינט חייא וקיימא, מען לעבט א אמת'דיגע לעבן און מען איז אדוק ומקושר צום אייבערשטן, דערנאך ממשיך געווען מיט געהויבענע ריקודין עילאין.

ביי די זעקסטע הקפה זענען אריבער ביי רבינו שליט"א די בחורים וואס ווארטן אויף שידוכים, און מקבל געווען ברכת קדשו.

*

נאך די הקפות האט מען געליינט קריאת התורה, די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר נפתלי צבי ברוך לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי רבינו שליט"א, געקויפט פאר א סכום הגון דוך הב' אשר זעליג ב"ר נפתלי צבי ברוך לאנדאוי ני"ו פון וומסב"ג, שלישי מוה"ר יצחק נחום האמבורגער הי"ו משב"ק, רביעי הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א, חמישי - כל הנערים מוה"ר יצחק פעלבערבוים הי"ו פון יוניאן סיטי.

חתן תורה האט עולה געווען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, חתן בראשית האט עולה געווען מרן רבינו שליט"א, געקויפט געווארן פאר א סכום הגון דורך הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א בשותפות מיט מוה"ר נפתלי צבי ברוך הכהן לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, נאכן עולה זיין האט זיי דער רבי ווארעם אנגעווינטשן ברכות לרוב. חתן מפטיר האט עולה געווען מוה"ר משה יצחק הערשקאוויטש הי"ו מנכ"ל מוסדותינו הק'.

הגבהות וגלילות הרה"ח ר' ישראל אברהם סג"ל קרויס הי"ו פון וומסב"ג.

נאכן ליינען האט מען געדאווענט מוסף און מנחה, דער רבי האט צוגעשיקט צום עמוד מוה"ר יואל קלמן הערשקאוויטש הי"ו גבאי בית מדרשינו קרית יואל, לכבוד די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי יעקב פיש זצ"ל מ'קאלוב.

*

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור נעילת החג 'עפל טיש' בהיכל ביהמ"ד הגדול, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל. דער רבי האט פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און געוואונטשן לחיים. די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו האבן אנגעפירט מיט די ניגונים, וואו מען האט געזינגען ווארימע ניגוני יום טוב.

במשך'ן טיש האט דער רבי פארגעזינגען דעם ניגון והי' ביום ההוא יתקע בשופר גדול, הרה"ג ר' נחמי' צבי חיים סג"ל קרויס שליט"א האט פארגעזינגען והופע בהדר, הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א האט פארגעזינגען רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט, און לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה ודביקות.

במשך'ן טיש האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן ריקודין עילאין אויף "וקרב פזורינו", דער גאנצער עולם איז מיטגעשלעפט געווארן אין געהויבענע ריקודין, זיך געזעגנדיג פונעם הייליגן יום טוב.

פארן בענטשן האט דער רבי געמאכט א ברכה אויף די עפל, און טועם געווען, דערנאך געווארפן עפל פארן ציבור כנהוג, פארן אויבן אן, און דערנאך פאר זקני ונכבדי קהלתינו הק'.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א. תיכף נאכן בענטשן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס ארי' סג"ל קרויס הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן מוה"ר משה פריש הי"ו פון לעיקוואד. דערנאך איז דער עולם אריבער פאר א לענגערע צייט נעמען עפל, און די מקהלת המנגנים דחצ"ק האבן אנגעפירט בשירה ובזמרה.

דערנאך איז דער ציבור ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א ארויסגעקומען צום שווארץ געדעקטן גאס, ווי מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות, ווען אויפן גאנצן וועג קומען פאר געהויבענע ריקודין, דאנקענדיג דעם בורא כל עולמים אויף די הייליגע ירושה פון רבותינו הקדושים למעלה בקודש, אשרי עין ראתה כל אלה, מיט א תפלה לקל חי אז עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים, מיר זאלן ווייטער זוכה זיין זיך צו קלאמערן בצל הקודש עד ביאת הגואל.

אנקומענדיג צו ביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א משמיע געווען ברכת הקודש והדרכת השנה.

דערנאך האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך ביז אין די טיפע נאכט שטונדן.

ויום טוב הי' עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו, מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!

 


בילדער


 

ערב שמיני עצרת ביים צוגרייטן צו די הקפות

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 


שלחן הטהור נעילת החג - עפל טיש


 

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

הרה"צ רבי חיים ברוך יודא לייפער שליט"א ביים פארזינגן

  • mamudim

 

ריקודין עילאין

  • mamudim
  • mamudim

 

עפל ווארפן כנהוג

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

ביים מאכן הבדלה

  • mamudim

 

ביים טיילן די עפל פאר אלפי אנ"ש

  • mamudim
  • mamudim

 

מעמד הבאגלייטן וברכת הקודש

  • mamudim
  • mamudim

 


פרישע זמן החורף תשפ"ז אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא בהיכל ישיבה גדולה אור החיים ד'טאהש


נייע זמן האט זיך אנגעהויבן דעם פארלאפענעם מאנטאג נח נאכמיטאג בס"ד, ווען כעת האט מען אנגעהויבן די לימודים אינעם ביז-יעצטיגן אויסגעוואקסענע היכל הישיבה, ווי די צר לי המקום דערקענט זיך אין אלע ווינקלען, נאך די אויסערגעווענליכע בליה און וואוקס תלמידי הישיבה, ביז מען וועטו בקרוב ממש זיך אריבערצוען צום נייעם הערליכן גרויסן היכל הישיבה. 

ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה.

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 


שטייגענדער רוח התורה אין די היכלי הכוללים די בכל אתר ואתר, שפירט זיך שטארק ביים פתיחת זמן החורף, וואו הונדערטער אינגעלייט אשר תורתם אומנתם הארעווען על התורה ועל העבודה יומם ולילה מיט גרויס התמדה


שלא יחסר המזג: הנהלת הכולל "עטרת מרדכי" איבערראשט די רבני הכולל מיט'ן אויסצאלן די גאנצע געהאלט, און פארשפרעכט צייטליכע געהאלטן אויף להבא.

קול התורה נשמע בכוללנו: א הייליג בילד זעט זיך אן בהיכלי הכוללים בקריתינו הקדושה ובבתי מדרשינו אין אלע שטעט צום פרישן ווינטער זמן, אונטער פארשידענע לייכט טורעמעס וחבורות שונות ערב ובקר וצהרים.

 

היכל הכולל המרכזי "כולל עטרת מרדכי":

עס איז א דבר גלוי וכותלי הכולל מעידין אויף די שטארקע ריתחא דאורייתא אין היכל הכולל, וואו א שטייגענדע צאל אינגעלייט זיצן און הארעווען בעומקה של תורה און עוסק זענען בשמעתתא אליבא דהלכתא. די תלמידי חכמים נעמען איין מקצוע נאך מקצוע און פילעווען בדבר ה' זו הלכה "לדעת המעשה אשר יעשון", מיט אן אויסוואל פון חבורות אויף די ד' חלקי שולחן ערוך און באזונדערע מסגרות פאר גמרא און סוגיות הש"ס.

מן הבוקר ועד הערב טוט זיך נישט אפ די קול תורה אויף קיין סעקונדע, נאר עס זעצט פאר מיט א קול גדול ולא יסף און מיט א ריתחא דאורייתא אלע שעות פון טאג, אונטער א געטרייע נעץ פון רבנים וראשי הכולל וואס שטייען לימין דעם מבצר התורה ולומדיה.

ויברך אלקים את יום השביעי ויקדש אותו: א שטארקער דראנג הערשט קונה צו זיין גאנץ "הלכות שבת" צווישן די לומדי הכולל.

איינע פון די שטערקסטע מקצועות אין היכל הכולל זענען די חבורות הלכות שבת, איינגעטיילט אין צוויי חבורות אונטער פארשידענע חלקים פון הלכות שבת. פארמיטאג לערנען די אינגעלייט אונטער הרה"ג ר' עוזיאל טייטלבוים שליט"א, ראש החבורה, און די נאכמיטאג חבורה אונטער הגה"צ ראש הכוללים שליט"א. ביידע חבורות דינען איין ציל: גומר צו זיין הלכות שבת מיט א בהירות און אויפשטעלן דעם קומענדיגן דור מורי הוראה. א גרויסע צאל אינגעלייט הארעווען און זענען עוסק אין דעם ברייטן און גאר וויכטיגן מקצוע, וואו מען איז "זורע וקוצר" בבישול אחר בישול די הלכות נחיציות הנהוגים מדי שבת בשבתו.

דאס איז אויסער די אנדערע פילע אוועקגעשטעלטע מסגרות, א שטייגער ווי די חבורת הלכות עירובין פארמיטאג אונטערן געטרייען ראש החבורה הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א, אזוי אויך נאכמיטאג אינערהאלב די חבורות "אורחות חיים" אונטערן געטרייען ראש החבורה הרה"ג ר' יעקב קליין שליט"א וואס איז געווידמעט פאר די עלטערע תלמידי חכמים לומדי הכולל. אזוי אויך איז דא די חבורה "צדק ומשפט", וואו אויסגערופענע תלמידי חכמים מופלגים הארעווען מן הבוקר עד הערב וטוחנן זו בזו בסברא ישרה.

אויף באזונדערע פראנטן זעט זיך אן "חדות התורה הוא מעוזכם" ביי די "כוללי צעירים", וואס זענען ספעציעל באשטימט פאר די אינגערע אינגעלייט וואס טוען דורך הלכות בטעמיהן אין חלקי אורח חיים און יורה דעה ח"ב. די סדרים קומען פאר אין באזונדערע זמנים אונטער די רבני הכולל: הרה"ג ר' יעקב פויגעל שליט"א און הגה"צ דומ"ץ קריתינו שליט"א פאר די סדר לפנצ"ה, און הרה"ג ר' יצחק יהודה גוטמאן שליט"א פארן נאכמיטאג סדר.

מסגרת "כי הם חיינו":

אין א באזונדערן פראיעקט, געווידמעט פאר די אויסגערופענע תלמידי חכמים מופלגים צו קענען לערנען תורה בהרחבה, שטייט דער מפעל "כי הם חיינו" - א באזונדערער בסיס וואס טוט אונטערשטיצן די אריות שבחבורה. די דאזיגע אויסגערופענע לומדי הכולל, משכימי קום ומאחרי שבת, וואס האלטן אויף דעם קול תורה אינעם בית המדרש, באקומען עקסטערע באנוסן אויסער די חודש'ליכע תמיכת הכולל, ורווחא לבסימא שכיח.

מהכא ומהתם:

אזוי אויך אין די כוללי בוקר וערב אין אונזערע בתי מדרשים די בכל אתר ואתר, טוט זיך א שטארקע רוח התורה, וואו אנשי שלומינו ניצן אויס די "גאלדענע ווינטער נעכט" בלימוד התורה בחבורה.

דאס יאר האט זיך אנגעהויבן מיט א מורא'דיגע התעלות, ווען חברי קהילתנו נוצן אויס די צייט צו שטייגן ממדריגה למדריגה מיט א זעלטענע התמדה, ובהם נהגה יומם ולילה.

 


פתיחת הזמן בהיכל הכוללים בקריתינו הק'


 

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

מערקט די רייכע אוצר הספרים

  • mamudim
  • mamudim

קהל אור החיים

  • moduos
  • moduos

 

וועד האש"ל

  • moduos

 

בית הוראה

  • moduos

 

מפעל ואטהר - קרי' נאמנה

  • moduos

 

תלמוד תורה בית יודא קרית טאהש

  • moduos
  • moduos

 

מאנטריאל

  • moduos
  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - מאנסי

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos

 

לאנדאן

  • moduos
  • moduos
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud