גאנצע יאר ווערט אפגעצייכנט פון פועל'ן ישועות פאר תומכי התלמוד תורה
דעם היינטיגן טאג ערב ראש חודש סיון ווערט אפגעצייכנט א גאנצע יאר, זייט די מפעל 'פועל ישועות' איז געגרינדעט געווארן, מיטן ציל צו פועל'ן ישועות פאר אלע תומכי התלמוד תורה בית יודא אין קריתינו הק', ווען יעדן ערב ראש חודש גייען די ילדי תלמוד תורה ארויף צום ציון הק' פון רביה"ק זי"ע און זאגן אויס גאנץ ספר תהלים לזכות די תומכי התלמוד תורה, ושותפי המפעל פועל ישועות.
לכבוד די אפצייכענונג פונעם ערשטן יאר איז צוגעלייגט געווארן א נייע זכות, "זכות נר שמן", וואו די תומכים פון $100 א חודש און העכער וועלן האבן די זכי' צו האבן א חלק אינעם זכות פון די "נר שמן" וואס וועט ברענען א גאנצע יאר אן אויפהער, ביים ציון הק' לזכר נשמת רבינו הקדוש והטהור זי"ע.
דאס איז אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע זכותים אין וועלכע מען קען זוכה זיין צו דערמאנט ווערן ביים תהלים זאגן פאר $36 א חודש, און פון די זכות פון צינדן א לעכטל יעדן ערב ר"ח פארן סכום פון $54 א חודש.
ב"ה מען הערט צוריק געוואלדיגע מעשיות און ישועות וואס די תומכי התלמוד תורה זעהן אינעם טאג טעגליכן לעבן, און טאמער זענט איר נאכנישט קיין חלק כאפט אריין די געוואלדיגע זכות, און פארזיכערט אייער ברכה פארן גאנצן יאר.
דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר ווען רבינו שליט"א איז ארויף צום ציון הק' לאמירת כל ספר תהלים, האט דער רבי צום ערשטן מאל אנגעצינדן די נר תמיד וואס וועט ברענען א גאנצע יאר, און וועט אנגעצינדן ווערן יעדן ערב ראש חודש לזכות די חשוב'ע תומכים, ווען דערביי האט דער רבי מאציל געווען ברכתו הקודש לזכות די חשוב'ע תומכים.
לכבוד די אפצייכענונג פונעם ערשטע גאנצע יאר פון פועל ישועות, ווערט דעם היינטיגן טאג "ערב ראש חודש סיון" געגעבן א ספעציעלע געלעגנהייט זיך מזכיר צו זיין פריי פון אפצאל, אזוי אויך וועט פארקומען א ספעציעלע מעמד "תפילת השל"ה", ווי די קינדער וועלן זאגן אינאיינעם תפילת השל"ה דערנאך גאנץ ספר תהלים מיט גרויס התלהבות.
רופט שוין אריין איבערצוגעבן אייער אינפארמאציע אויף 845.402.8674
אדער דרוקט דא
און זייט זוכה צו ישועות ורפואות און השפעות טובות.
פועל'ט אויס אלעס גוטס! |