באריכט פון ל"ג בעומר בצל הקודש - ח"ב
דינסטאג פר' בה"ב – יום ל"ג בעומר אינדערפרי נאך תפילת שחרית זענען פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א די אפשערן'ס פון די חאלאקע קינדערלעך, ב"ר משה ארי' ראטטענבערג הי"ו, ב"ר טובי' סג"ל גליקמאן הי"ו פון קרית יואל, ב"ר נפתלי צבי חיים לאנדאוי הי"ו, ב"ר חיים מאיר סעטלמייער הי"ו פון מאנטריאל. דער רבי האט אפגעשוירן די האר, אנגעטון קאפל און ציצית, געבענטשט די קינדער, דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן די עלטערן ובני משפחה.
*
מיטאג צייט איז דער רבי ערשינען בהיכל ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען געווען פארזאמעלט תלמידי "ישיבה גדולה תורת משולם פייש" און תלמידי "ישיבה קטנה תפארת משולם פייש" פון ניו יארק, ווי די בחורים האבן געהאט א געלעגנהייט אריבער צו גיין ביים רבי'ן געבן שלום, און איבערגעבן די קארטל וואס מען האט זיך געצייכענט במשך די ימי בין הזמנים העעל"ט.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות, פארן עמוד האט געדאווענט הב' אברהם ארי' ב"ר יששכר דוב מאירוביץ ני"ו תלמיד ישיבה גדולה תורת משולם פייש ניו יארק.
דערנאך איז דער רבי ארויס צום ציון הקדוש פון רבינו הקדוש זי"ע, אויסצוזאגן גאנץ ספר תהלים ברוב עם, לפעול דבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט, בזכותו הגדול פונעם הייליגן תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, צוזאמען מיט די תלמידי הישיבות.
דער רבי האט זיך אנגעלאנט אויפן ציון הקדוש פאר עטליכע מינוטן, דערנאך געצינדן לעכט לכבוד התנא אלקי, און אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.
נאכן ענדיגן גאנץ ספר תהלים, האט מען געזאגט די יהי רצון וי"ג מדות של רחמים מיט גרויס התעוררות, דער רבי האט געזאגט קדיש און געוואונטשן מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס.
*
במשך די נאכמיטאג שעות האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל אלע אורחים החשובים לברך ולהתברך בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש א לענגערע צייט.
*
פארנאכטס איז דער רבי ערשינען בהיכל ביהמ"ד הגדול און געצינדן ליכט און זיך געוואשן צום סעודת הילולא קדישא לכבוד התנא אלקי, ווי עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה לכבוד היום פאר כל הקהל הקודש.
די שלחן הטהור איז פארגעקומען אינאיינעם מיטן שמחת התנאים פון נכדת רבינו שליט"א, הכלה בת חתנא דבי נשיאה, הגה"צ רבי יחיאל מיכל ישעי' מאסקאוויטש שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מ'זלאטשוב שליט"א, משולב מיטן גרויסארטיגן סיום מס' בבא בתרא, וועלכע איז געלערנט און געענדיגט געווארן דורך די הונדערטער חברי חבורת 'מזון הנפש' דקהלתינו הק', במסגרת ה' עמודים לשבוע.
אויפן אויבן אן האבן באשיינט די חתן און מחותנים, און די זיידע'ס האדמורי"ם שליט"א. נאכן פארטיילן שיריים פון די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים. במשכ'ן טיש האבן די מקהלות המנגנים מהנה געווען בשירה ובזמרה לכבוד היום.
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און דערנאך מכבד געווען דער זיידע כ"ק אדמו"ר מ'זלאטשוב שליט"א מיט קריאת התנאים, נאכן ברעכן טעללער האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין עילאין לשמוח בשמחת בית צדיקים.
שפעטער האט אב"ד קלוזש שליט"א פטרון חבורת מזון הנפש אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, דערנאך געמאכט די סיום אויף מס' בבא בתרא והתחלת מס' סנהדרין, תיכף דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין נלהבים לכבוד שמחת התורה.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען פארצוזינגן די פיוטי היום, בר יוחאי הרה"ג ר' עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל, ואמרתם הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, אשרינו הרה"ג ר' חיים לייב כהנא שליט"א מספינקא, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פייערדיגע ריקודין פאר א לענגערע צייט, הייבנדיג די גאנצע ציבור מיט התרוממות הנפש.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מ'זלאטשוב שליט"א, שיר המעלות הב' לוי יצחק ב"ר יואל סג"ל שווארץ ני"ו פון וומסב"ג.
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו!
בילדער
שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר - שמחת תנאים - סיום מסכתא |