טאהש מצות – שע"י האיחוד וועט היי יאר נאכאמאל צוגעשטעלט ווערן להנאת אנ"ש די בכל אתר ואתר
נאך גרויס הצלחה די פארגאנגענע יאר, ווען הונדערטער אנשי שלומינו האבן הנאה געהאט פון די געלונגענע מהודר'דיגע מצות אויף יו"ט פסח, וועלכע זענען צוגעשטעלט געווארן דורך "טאהש מצות", ווערט געמאלדן אז באשטעלונגען ווערן שוין אנגענומען, לקראת די יו"ט פסח תשפ"ו וועלכע דערנענטערט זיך שוין מיט שנעלע טריט.
די מצות האבן אין זיך א ספעציעלע גוטע טעם, און ווערט געבאקן מיט גרויס זהירות אין א מהודר'דיגע בית האופה אין ניו יארק, אונטערן ספעציעלן פיקוח פון הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו הק' ק"י שליט"א, וועלכע זענען שוין געווען היי יאר ביי די מצות באקן, און באוואונדערט די געוואלדיגע זהירות און כשרות.
די סערוויס ווערט שוין צוגעשטעלט בקהלתינו הק' אין קרית יואל און אין מאנסי פאר לאנגע יארן, און נאכן זעהן די גרויס צופרידנהייט ביים ציבור, פון די געניטע סערוויס און פון די געשמאקע דינע מצות, איז פארגאנגענע יאר אויפגענומען געווארן מיט פרייד די בשורה טובה, אז די סערוויס איז אויסגעברייטערט געווארן פאר אלע שטעט איבער ניו יארק און אין קריתינו הק' דורך די געטרייע הנהלת האיחוד, צו קענען געבן א גרעסערע דיסקאונט פאר אלע חברי האיחוד וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אלץ מעמבער ביים "בלב אחד" מעמערשיפ דרייוו, פארגאנגענעם יו"ט חנוכה העעל"ט.
'טאהש מצות' שטעלט אויך צו ראזאווא מצות, ספעלט מצות, און מצה מעיל. שבעת ימים תאכלו מצות!