וימי הפורים האלה לא יעברו, וזכרו לא יסיף!
גאר לעכטיגע און דערהויבענע ימי הפורים זענען אריבער אויף כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם, און בפרט ביי תושבי קריתינו און ביי חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בקרית מלך רב בצילא דמהימנותא קדישא פון כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א, און מיטגעהאלטן א ספעציעל פרייליכע יום טוב פורים וואס איז געבליבן איינגעקריצט אין די הערצער עס צו קענען מיטנעמען אויף א גאנץ יאר.
מאנטאג פר' תשא - תענית אסתר:
פארנאכט'ס איז דער רבי ערשינען אין בית המדרש הגדול צו תפילת מנחה, מלובש מיט בגדי יום טוב מיטן שטריימל און ווייסע בעקטישע, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מצות מחצית השקל.
צו מנחה איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה"ח ר' בנימין הכהן פישער הי"ו, מיט די עליות זענען מכובד געווארן, כהן מוה"ר נפתלי צבי ברוך הכהן לאנדאוי הי"ו פון וויליאמסבורג, לוי מוה"ר שמעון סג"ל קרויס הי"ו פון קרית יואל, שלישי מוה"ר יצחק שמעון אסטרייכער הי"ו פון קרית יואל, הגבה מוה"ר אביגדור דניאל סג"ל קרויס הי"ו פון וויליאמסבורג, גלילה מו"ה פנחס קליין הי"ו.
תפילת מעריב איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה"ח ר' מרדכי מאיר לאנדאוי הי"ו פון וויליאמסבורג.
תיכף נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן דעם טלית שאולה, ארויף אויפן באלעמער, מ'האט גולל געווען די מגילה כאיגרת, און דער רבי האט געזאגט די לשם יחוד און פארגעזאגט די ברכות בקול רם, דערנאך האט דער רבי אנגעפאנגען ליינען די מגילה מיט א נעימות ובלהבת אש, ווען די פיל געפאקטער בית המדרש האלט מיט די קריאת המגילה, נאך 'וחמת המלך שככה' האט די גאנצע ציבור געזינגען די פרייליכע ניגון כנהוג, נאך א דריי-פערטל שעה האט מען געענדיגט די מגילה, און דער רבי מיטן ציבור האבן געמאכט די ברכה הרב את רבנו, און געזאגט אשר הניא און שושנת יעקב, דערנאך האט מען ממשיך געווען ואתה קדוש און עלינו.
נאך מעריב איז געווארן גאר א פרייליכע שטימונג אין היכל הבית המדרש ווען די מקהלת המנגנים האבן אנגעפאנגען פרייליכע ניגוני פורים בשירה ובזמרה, און די גאנצע ציבור איז אריבער א לענגערע צייט וואונטשן פארן רבי'ן א פרייליכן פורים, און דער רבי האט צוריקגעוואונטשן פאר יעדעם בצהלת פנים.
עס איז געווען צוגעשטעלט אויסצופאסטן אויף מעריב זייט פון בית המדרש, נדבת הרה"ח ר' מרדכי מאיר לאנדאוי הי"ו, לע"נ אמו ע"ה.
*
ליל הפורים איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור לכבוד פורים בהיכל ביהמ"ד הגדול. די טיש איז אריבער גאר פרייליך און געהויבן, דער רבי האט זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן, והחסידים ברינה יגילו בריקודין עלאין של שמחה והתרוממות הנפש.
פאר ברהמ"ז האט מען געזינגען שושנת יעקב, און מיט שיר המעלות איז מכובד געווארן הב' יהוסף ב"ר נחמי' צבי שווארץ ני"ו, מיט ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען בנו הרה"צ רבי משה סג"ל שליט"א. נאכן בענטשן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה, און אויפן וועג ארויס האט דער רבי נאכאמאל געוואונטשן פאר יעדעם 'א גוטן פורים'.
דינסטאג תשא - יום הפורים:
בשעה 7:10 אינדערפרי איז דער רבי ערשינען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, דער רבי האט נאכאמאל מקיים געווען מצות מחצית השקל.
דערנאך האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין, און געזאגט ברכות פארן עמוד. צום עמוד צו תפילת שחרית האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' מאיר מרדכי לאנדאוי הי"ו פון וויליאמסבורג לרגל די יארצייט פון זיין מאמע ע"ה.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן מיט די עליות, כהן הרה"ח ר' מרדכי מאיר לאנדאוי הי"ו, לוי רבינו שליט"א, שלישי אדמו"ר מזוטשקא קאראקאס שליט"א, הגבה מוה"ר יואל הערש פויגעל הי"ו פון וומסב"ג, גלילה מוה"ר יחיאל אלתר גוטמאן הי"ו, פון מאנסי.
נאך א קורצע הפסקה וואו דער רבי מיטן ציבור האבן געלייגט תפילין דר"ת, האט מען אויסגערופן אז מ'זאל אינזין האבן יוצא צו זיין מיט די ברכת שהחיינו אויך די אנדערע מצות היום, דער רבי האט פארגעזאגט די ברכות צו די מגילה, און כמעשהו בראשונה פארגעליינט די מגילה מיט א נעימות, אין די מגילה פון רבינו הקדוש זי"ע.
נאכן דאווענען האט דער רבי מקיים געווען מצות מתנות לאביונים, און אזוי אויך מצות משלוח מנות דורך א שליח, און אנשי שלומינו זענען אריין לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א און געבן משלוח מנות פאר העכער צוויי שעה.
*
בעיצומו של יום הפורים נאכמיטאג, זענען זיך הונדערטער תינוקות של בית רבן צוזאמגעקומען אין היכל בית המדרש אברכים דקריתינו הק', צום חברת תהלים מרדכי ואסתר, ווי די צאן קדשים האבן פאר איבער א שעה צייט אינאיינעם געזאגט מזמורי תהלים, און אויך עטליכע מאל קאפיטל כ"ב, די היכל הבית המדרש איז געווען געפאקט עד אפס מקום ווי עס האבן זיך אויך אנגעזעהן א שיינע צאל פון בחורים אינגעלייגט און בעלי בתים וואס האבן צוזאמען איינגעריסן נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי, צו פועלן אלעס גוט'ס און אזא הייליגע טאג ווי פורים וואס כל הפושט יד נותנים לו.
די חברת תהלים ווערט שוין אנגעפירט פאר לאנגע יארן דורך הרב ר' אברהם לייב ראזענבוים הי"ו, ווי ער האט געטיילט פורים געלט אמעריקאנע דאללער'ס און משלוח מנות פאר אלע קינדער, אזוי אויך איז פארגעקומען עטליכע גאר ווערדפולע גורלות און טייערע מתנות.
*
במשך דעם גאנצן יום טוב פורים האט געשפילט גאר לעבעדיגע און פרייליכע מוזיק בחוצות וברחובות הקריה צוגעשטעלט דורך העסקן הנמרץ מוה"ר יצחק אייזיק ווייס הי"ו, ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר.
*
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ערשינען אין היכל בית המדרש הגדול למשתה ושמחה, צו פראווענען דעם דערהויבענעם שלחן הטהור "משתה היין" לכבוד יום הפורים, די טיש איז אריבער מיט א געוואלדיגע שמחה והתעוררות צוזאמען געמישט פון געוויין און פרייד מיט א התרוממות הנפש ושמחה וחדוה עילאה, מען האט מקבל געווען רבינו שליט"א מיט די ניגון 'ברוך הבא' וואס האט נאכגעפאלגט מיט לעבעדיגע פורים ניגונים, ווען במשך לאנגע שעה'ן האט מען געזינגען און געשפרינגען לעבעדיגע ניגוני שמחה אנגעפירט דורך די מקהלות המנגנים בחצרות קדשינו בשמחה ובצהלה ובתוף ובכינור.
דער רבי האט זיך געוואשן און בוצע געווען על הפת, און דערנאך געגעסן פון די פיש און ארום געשיקט שיריים, נאך א לענגערע צייט ניגוני שמחה האט דער רבי געמאכט א בורא פרי הגפן וכטוב לב המלך האט דער געוואונטשן לחיים פאר אלע תלמידים וחסידים בגילופין, וכולם פה אחד האט די עולם אנגעפאנגען צוזאמען אין באגלייטונג פון די כלי השיר דעם באקאנטן ניגון 'והריקותי לכם ברכה עד בלי די עד שיבלו שפתותיכם מלומר די', און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט די ניגוני שמחה וריקוד.
דערנאך האט מען אנגעפאנגען מיט די ווארימע ניגוני התעוררות כנהוג בחצרות קדשינו, ווי מ'האט פאר א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות, ובתוכם 'פארוואס דרייפוס קומט דאס דיר, ווייל דו ביסט א איד', 'למנצח על אילת השחר וכו', 'זה קלי ואנוהו', 'גלות גלות', און ניגוני ימים נוראים וניגוני גלות וגאולה, ווי 'מלוך על כל העולם כולו', 'וידע כל פעול', 'אלקא די ליה', 'הבן יקיר לי אפרים', און נאך. אזוי אויך האט מען געזינגן די הייליגע ניגון פון רבינו הסב"ק זי"ע, 'כי לא יהי' לעולם אפילה, עוד יזרח לנו במהרה', 'עס וועט נישט אייביג פינסטער זיין, עס וועט שוין שטענדיג לעכטיג זיין', און מוה"ר יושע יצחק גרינוואלד הי"ו האט עס פארגעזינגן אויפן אונגארישן שפראך, מיטן נוסח וויאזוי רבינו הסב"ק זי"ע פלעגט דאס פארצוזינגן בעצם יום הפורים מיט גרויס התעוררות.
אינדערצווישן האט הרה"ח ר' שלום יחיאל מיכל ארגעל הי"ו גאר התעוררות'דיג אויסגעגראמט אויף די ניגון פון 'היום הרת עולם' אריינפלעכטנדיג און דערציילענדיג וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די גרויסע טאג פורים ביי רבינו הסבא קדישא זי"ע, וויאזוי עס האט אויסגעזען זיין ברכת התורה פורים אינדערפרי, ווען ער האט מתפלל געווען ונהי' אנחנו וצאצאינו, ותלמידים קרוים בנים, און וויאזוי ער האט אויס'געפועל'ט ישועות פאר כל המסתופפים בצלו הקודש, סיי וואסערע בקשה מען האט געבעטן, קען מען דאך אלעס ווייטער ממשיך זיין פאר אונז יעצט. אזוי ווי דער הייליגער יסוד ושורש העבודה זי"ע שרייבט, אז אלע אבות הקדושים זי"ע קומען אראפ צו די קינדער יעדע יום טוב עקסטער, רבותינו הקדושים זי"ע געפינען זיך יעצט דא אין ביהמ"ד, קען יעדער אויספועל'ן אלעס וואס ער דארף, בני חיי ומזוני בזכותם הגדול והקדוש, זאל יעדער יעצט איינרייסן אויף אלעם, ובפרט פאר די גאולה השלימה, זיך צוריק צו טרעפן מיט רבינו הקדוש זי"ע, וקבץ נדחינו מארבע כנפות הארץ לארצינו, בביאת משיח צדקינו, וואס צו דעם וועט מען זוכה זיין נישט דורך אמעריקא, און נישט דורך די מדינה הטמאה, נאר דורך תשובה טון מאהבה, ובגלל אבות תושיע בנים במהרה בימינו.
דערנאך האט הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א ווי יאר יערליך פארגעזינגען די הייליגע ניגונים 'רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט' און 'לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער', 'נישטא נאך אזא גא-ט ווי אונזער גא-ט – אין כאלקינו', און די מקהלות המנגנים האבן ווייטער ממשיך געווען צו זינגען דעם ניגון 'רחם בחסדיך', 'להתודע ולהגלות', 'וכל מאמינים', 'לב ורוח נכון חדש בקרבנו', און נאך לעבעדיגע ניגונים.
בדחילו ורחימו האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט פארצוזאגן די מזמורים ופיוטים כנהוג בקול חוצב ובדמעות שליש, און דער עולם האט נאכגעזאגט מיט א התעוררות פסוק בפסוק, 'לדוד מזמור', 'ידיד נפש', 'אדון הכל', 'הלל הגדול', 'הושענא', און 'מזמור לדוד הבו לה''. און דערנאך עקסטער פארגעזאגט די תפלה 'אחינו בית ישראל' ספעציעל פאר אחינו בני ישראל תושבי ארצינו הקדושה, וועלכע זענען יעצט אונטער שרעק און פחד פון די אנגייענדיגע מלחמה, מען זאל שוין זוכה זיין מצרה לרוחה ומאפילה לאורה השתא בעגלא ובזמן קריב.
דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל, אויפגעטרעטן מיט הערליכע חרוזים נפלאים, מעשה ידי אומן דורך הרה"ג ר' שמעון עזריאל יחיאל לאווי שליט"א מגיד מישרים בקריתינו הק' ור"מ בישיבת תורת משה מאנטריאל, ווי ער האט מקדים געווען אז ער איז נאר א שליח ציבור, איבערצוגעבן און מזכיר צו זיין פאר רבינו שליט"א אלע בקשות און הזכרות פונעם גאנצן ציבור, און מיט זיין לשון לימודים האט ער מיט א הארציגע קול געבעטן ובכן אבוא אל המלך, דער רבי זאל אויס'פועל'ן פאר אונז אלע ישועות ורפואות, און מיטן התעוררות'דיגע 'קה אכסוף' ניגון משלב געווען, אלע ישועות ורפואות וואס אידישע קינדער וואס האבן דאס נישט וויינען אז 'ואני לא נקראתי', אויספירענדיג מיט גראמען אז ס'זאל שוין זיין חזק חזק ונתחזק, תמחה את זכר עמלק, און אזוי וועט מען שוין געהאלפן ווערן מיט אלעס גוטס.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ואמרות טהורות פארן גאנצן ציבור, בעניני אמונה ומחיית עמלק ולקרב ביאת הגאולה שלימה, אנפאנגענדיג "אחינו בני ישראל, אונז זיצן דא במקום קדוש שהתפללו אבותי, רבינו הקדוש זי"ע האט דא מתפלל געווען, און מעורר רחמים געווען פאר כלל ישראל, מיט די כח פון זיינע אבות הקדושים", די גרויסקייט פון די טאג איז גאר גרויס, יום כיפור איז נאר אזוי ווי פורים, פורים איז אסאך גרעסער. וואס איז די שמחה פון די טאג, דער אייבערשטער פריידט זיך אז די אידן האבן מקבל געווען די תורה נאכמאל מאהבה, און אונז פרייען זיך אז אונז האבן די זכי' צו מקבל זיין די תורה באהבה.
דער רבי האט געוואונטשן עס זאל שוין זיין ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, אורה זו תורה, די תורה זאל שיינען פאר זיי, שמחה מיינט שמחת החיים, אידישע קינדער זאלן שטענדיג האבן שמחה ביי זיך און ביי די קינדער, געזונט און נחת, וששון זו מילה, מען זאל פארשניידן די יצר הרע מיט מסירת נפש, ויקר זו תפלין, דער רבוש"ע לייגט יעדן טאג תפלין וואס שטייט דארט, מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, בעט מען דעם אייבערשטן אז זיינע תפלין זאלן נישט זיין פסול, ער זאל אונז טאקע לעכטיג מאכן, אז ס'זאל זיין מי כעמך ישראל, ס'זאל קומען א גוט געזונט יאר פאר כלל ישראל, מען זאל קענען אויסמעקן די עמלק, די יצר הרע, אונז זאלן קענען טון וואס אונז דארפן טון.
אונז וועלן זאגן שמע ישראל, און שטאלצירן מיטן אייבערשטן, און דער רבוש"ע וועט טון א אתערותא דלעילא און ארויפשיינען אויף אונז א לעכטיגקייט, ס'וועט זיין פארו עלי ופארי עליו, ביז מען וועט זוכה זיין בקרוב צו ביאת גואל צדק בב"א.
דערנאך איז דער רבי אראפ פון די בימת הכבוד און אריין אינעם שטח אינמיטן טיש וואס מ'האט ליידיג געמאכט די חלל לעבודת הקודש צום 'תמחה טאנץ', און פאר לענגערע מינוטן איז דער רבי ארומגעלאפן און געטאנצן איבערזינגענדיג נאכאמאל און נאכאמאל 'תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח, לשנה הבאה בירושלים ג"פ', וינועו אמות הסיפים דעם ריזן גאנצע ציבור די תלמידי הישיבות און אברכים ובעלי בתים ואנשים מכובדים וואס האבן מיטגעטאנצן פון זייערע פלעצער און פון די הויכשטאקעדיגע פארענטשע'ס, אויסמעקנדיג דעם עמלק יעדער פון זייערע הערצער און פון די גאנצע וועלט, און דערנענטערנדיג די גאולה שלימה לשנה הבאה בירושלים בב"א.
נאך תמחה האט מען געזינגען שושנת יעקב, מיט שיר המעלות איז מכובד געווארן הב' חיים שלמה יודא פישער ני"ו, דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס, הגבהת הכוס מו"ה פנחס קליין הי"ו. נאכן בענטשן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיטן ניגון 'ימים על ימי מלך תוסיף', און דער רבי איז אריין אין בית המדרש הפרטי וואו דער רבי האט געדאווענט מעריב. צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק, נאך מעריב האט דער רבי געוואונטשן א גוטן פורים פארן גאנצן ציבור בצהלת פניו. בשעת מעשה האט נאך ממשיך געווען די ריקודין בהיכל הבית המדרש הגדול ביז אויף די שפעטע נאכט שעות ווען דער ציבור איז זיך צוביסליך צוגאנגען און געדאווענט מעריב ווען די שכרות האט נאכגעלאזט.
מיטוואך תשא - שושן פורים:
נאכמיטאג איז פארגעקומען די געהויבענע שלחן הטהור לכבוד שושן פורים, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודה לכל העם הנאספים. מען האט געזינגן לעבעדיגע ניגוני שמחה, און דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צום סעודה און ארויפגעשיקט שיריים פון אלע מאכלים.
במשכ'ן שלחן הטהור האט מען אויפגעשפילט א "פורים שפיל" אויפן טיש כנהוג, ווי אברכים חשובים האבן אויפגעשפילט א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביים צדיק הרה"ק אדם בעל שם זי"ע, וויאזוי ער האט געראטעוועט זיין גאנצע שטאט פון שווערע גזירות, דורכ'ן ווארענען דעם פריץ מיטן לעבן, בהקיץ ובחלום, וכן יתבטלו מעלינו כל גזירות קשות ורעות.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א, שיר המעלות הב' שמואל בער בן הרה"צ רבי יושע מרדכי לייפער ני"ו פון קרית יואל. אזוי אויך האט דער רבי מכבד געווען במשכ'ן טיש הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה, הגה"צ אב"ד באבוב שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א דומ"ץ סקווירא, הרה"ג ר' יוסף משה אונסדארפער שליט"א.
נאכן טיש האט מען געדאווענט תפילת מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יצחק נחום האמבורגער הי"ו משב"ק.
והימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור!!!
מען קען שוין איבערהערן אלע שלחנות הטהורות במשך ימי הפורים העעל"ט, אויף קול איחוד טאהש > ביי 514 פון די מעין מעניו.
514.500.8674 / 718.451.8674
שמעו ותחי נפשכם.
בילדער
שלה"ט 'משתה היין' ביום הפורים
ביי די ניגוני התעוררות |